נאָך פּרטים

די פֿאַרגאַנגענע צײַט

  • איך מיט מײַן חבֿרטע זײַנען געגאַנגען אין טעאַטער.
  • איך האָב געקױפֿט אַן אײַזקרעם.
  • זי האָט געגעסן אַן עפּל.

אַ ווערב אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט האָט צוויי טיילן: אַ העלפֿווערב און אַ פּאַרטיציפּ.

דער העלפֿװערב

דער פּאַרטיציפּ

גע + שטאַם פֿון װערב + ט

למשל:

  • קױפֿן — געקױפֿט
  • לײענען — געלײענט
  • בױען — געבױט

װען דער שטאַם ענדיקט זיך אױף –⁠ט גיט מען נישט צו קײן צװײטן –⁠ט. למשל:

  • טראַכטן — געטראַכט

פֿיר פּאַרטיציפּן אױף –⁠ט גײען נישט נאָך די אָנגעװיזענע סכעמע. מיר האָבן שױן געלערנט אָט די פֿיר װערבן אין ייִדישפּאָפּ. אָט זײַנען זײ, מיט די פּאַרטיציפּן:

  • ברענגען — געבראַכט
  • האָבן — געהאַט
  • װיסן — געװוּסט
  • װעלן — געװאָלט

פּאַרטיציפּן אױף –⁠ן פֿורעמען זיך אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים, אַ מאָל מיט אַן איבערקלאַנג, און אַ מאָל אױך מיט געביטענע צי צוגעגעבענע קאָנסאָנאַנטן. למשל:

  • העלפֿן — געהאָלפֿן
  • טרינקען — געטרונקען
  • טראָגן — געטראָגן
  • עסן — געגעסן
  • גײן — געגאַנגען
  • פֿליִען — געפֿלױגן
  • זיצן – געזעסן

נאָך װעגן דעם פּרעפֿיקס גע

װען דער טראָפּ פֿאַלט נישט אױפֿן ערשטן טראַף פֿונעם אינפֿיניטיװ, האָט דער פּאַרטיציפּ נישט קײן פּרעפֿיקס גע–. למשל:

  • צעקלאַ'פּן — צעקלאַ'פּט
  • פֿאַרשטײ'ן — פֿאַרשטאַ'נען.

פֿאַראַן אַ קליינע צאָל װערבן װאָס זײער שטאַם הײבט זיך אָן אױף אַ נישט־אַקצענטירטן גע–. דער גע– איז נישט דער סימן פֿון קײן פּאַרטיציפּ. אַזױ װי בײַ אַנדערע װערבן װען דער טראָפּ פֿאַלט נישט אױפֿן ערשטן טראַף, גיט מען נישט צו צום פּאַרטיציפּ קײן (צװײטן) גע–. למשל:

  • געפֿי'נען — ער געפֿי'נט — ער האָט געפֿו'נען
  • געשע'ן — עס געשע'ט — עס איז געשע'ן
  • געפֿע'לן — עס געפֿע'לט — עס איז געפֿע'לן

בײַ אַ גרױסער צאָל װערבן קען מען נישט פֿאָרױסזאָגן דעם פּאַרטיציפּ, נישט לױטן אינפֿיניטיװ, נישט לױטן שטאַם. דערפֿאַר לױנט זיך, דער תּלמיד זאָל זיך לערנען יעדן פּאַרטיציפּ באַזונדער.

בײַם לערנען אַ נײַעם װערב אין ייִדישפּאָפּ װעט מען (אָנהײבנדיק אין לעקציע 5.3) װײַזן אין װאָקאַבולאַר אי דעם אינפֿיניטיװ אי די פֿאָרמע פֿון דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. אין דער טאַבעלע דאָ װײַטער רעכענען מיר אױס די גאַנצע קאָניוגאַציע פֿון דרײַ װערבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. בכלל אָבער (אין די פֿילמעלעך און אין נאָך פּרטים) װײַזן מיר אָן די פֿאַרגאַנגענע צײַט דורך דער דריטער פּערזאָן אײנצאָל. פֿונעם העלפֿװערב און פֿונעם פּאַרטיציפּ לאָזט זיך אַרױסדרינגען די גאַנצע קאָניוגאַציע.

אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער רעכענען מיר אויס אָט די ווערבן אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט:

קױפֿן: פֿאַרגאַנגענע צײַט עסן: פֿאַרגאַנגענע צײַט גיין: פֿאַרגאַנגענע צײַט
איך האָב געקױפֿט איך האָב געגעסן איך בין געגאַנגען
דו האָסט געקױפֿט דו האָסט געגעסן דו ביסט געגאַנגען
ער/זי/עס האָט געקױפֿט ער/זי/עס האָט געגעסן ער/זי/עס איז געגאַנגען
מיר האָבן געקױפֿט מיר האָבן געגעסן מיר זײַנען געגאַנגען
איר האָט געקױפֿט איר האָט געגעסן איר זײַט געגאַנגען
זיי האָבן געקױפֿט זײ האָבן געגעסן זיי זײַנען געגאַנגען

בײַם סוף פֿון דעם זײַטל געפֿינען זיך טאַבעלעס מיט דער פֿאַרגאַנגענער צײַט פֿון אַלע װערבן װאָס מיר האָבן ביז איצט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ; אין 6.5 נאָך פּרטים געפֿינען זיך סך־הכּל־טאַבעלעס מיט דער פֿאַרגאַנגענער צײַט פֿון אַלע װערבן װאָס מיר לערנען אין ייִדישפּאָפּ, און װי אַ צוגאָב, אַ פֿאַרגרעסערטע רשימה װערבן װאָס קומען מיטן העלפֿװערב זײַן.

אין די װײַטערדיקע טאַבעלעס געפֿינען זיך די פֿאָרמעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענע צײַט פֿון די װערבן װאָס באַװײַזן זיך אין דער איצטיקער לעקציע.

העלפֿווערב: האָבן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ט
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס האָט...
בױען געבױט
בענטשן געבענטשט
לײגן געלײגט
לערנען געלערנט
מוזן געמוזט
קױפֿן געקױפֿט
שײַנען געשײַנט
העלפֿווערב: האָבן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ן
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס האָט...
געפֿינען געפֿונען
העלפֿן געהאָלפֿן
זינגען געזונגען
טאָן געטאָן
טראָגן געטראָגן
עסן געגעסן
העלפֿווערב: זײַן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ן
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס איז...
גײן געגאַנגען
געשען געשען
זײַן געװען

װעגן װערטער־סדר אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט זען 5.3 נאָך פּרטים.

װעגן װערבן מיט אַ קאָנװערב אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט זען 5.4 נאָך פּרטים.

נישטאָ ~ נישטאָ קײן ~ נישט דאָ

  • דער אתרוג איז דאָ.
  • דער אתרוג איז נישטאָ.
  • די בענקלעך זײַנען דאָ.
  • די בענקלעך זײַנען נישטאָ.

אין לעקציע 1.3 האָבן מיר געלערנט די קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ װאָס װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט צי דערבײַיִקײט. װען מע פֿאַרנײנט אָט די קאָנסטרוקציע װאַקסט זיך צונױף די פֿאַרנײנונג נישט מיטן װאָרט דאָ, און מע שרײַבט אײן װאָרט: נישטאָ.

  • ס׳איז דאָ אַן אתרוג.
  • ס׳איז נישטאָ קײן אתרוג.
  • עס זײַנען דאָ בענקלעך.
  • עס זײַנען נישטאָ קײן בענקלעך.

װען מע פֿאַרנײנט די קאָנסטרוקציע איז דאָ / זײַנען דאָ קומט מיט אַן אומבאַשטימטן סובסטאַנטיװ דער נעגאַטיװער אַרטיקל קײן, לױט די געװײנטלעכע כּללים (זען 3.3 נאָך פּרטים).

װען דאָ איז דער כּנגד פֿון דאָרט, דאָס הײסט, װען דאָ װײַזט אָן אױף אָרט, נישט אױף דערבײַיִקייט אָדער פֿאַראַנענקײט, איז נישט שײך דער צונױפֿװאַקס נישטאָ. למשל:

  • דער אתרוג איז נישט דאָ, אין דער פּושקע. ער איז דאָרט, יאַנקל האָט אים.
  • די באַנאַנעס זײַנען נישט דאָ, אױפֿן טיש. זײ זײַנען דאָרט, אין דײַן רוקזאַק.
  • מאָבי זיצט נישט דאָ. ער זיצט דאָרט.
  • לאָמיר עסן דאָרט, נישט דאָ! דאָרט קענען מיר זיצן אונטער די בײמער.

באַמערקט אַז זאַצן װי דער פֿריִער געבראַכטער משל „דער אתרוג איז דאָ“ זײַנען צװײטײַטשיק און מע דאַרף אַ ברײטערן קאָנטעקסט פּינקטלעך צו פֿאַרשטײן זײער באַטײַט. די צװײ מעגלעכקײטן (דערבײַיִקײט אָדער אָרט) לאָזן זיך זען אין אָט די צװײ פֿראַגעס מיטן זעלבן ענטפֿער:

1.

– אַלץ איז גרײט? דער אתרוג איז דאָ?

– יאָ, דער אתרוג איז דאָ.

(דאָס הײסט, ער איז דערבײַ, ער איז דאָ אַקעגן נישטאָ.)

2.

– װוּ איז דער אתרוג?

– דער אתרוג איז דאָ.

(דאָס הײסט, מע װײַזט אָן אױפֿן אָרט װוּ ער געפֿינט זיך. ער איז דאָ אַקגען דאָרט.)

דער חילוק איז אױך װיכטיק װאָס שײך װערטער־סדר. דער אָרטאַדװערב דאָ (אַקעגן דאָרט) האָט די בײגעװדיקײט פֿון אַלע אַדװערבן און קען קומען אָנהײב זאַץ. דערפֿאַר קען מען ענטפֿערן אױף דער צװײטער פֿראַגע אַזױ:

– װוּ איז דער אתרוג?

– דאָ איז דער אתרוג.

אָבער דאָ װאָס װײַזט אָן אױף פֿאַראַנענקײט/דערבײַיִקײט (אַקעגן נישטאָ) געפֿינט זיך קײן מאָל נישט אָנהײב זאַץ. מוז דאָס װאָרט דאָ קומען נאָכן װערב אינעם ענטפֿער אױף דער ערשטער פֿראַגע:

– אַלץ איז גרײט? דער אתרוג איז דאָ?

– יאָ, דער אתרוג איז דאָ.

טאַטן/זײדן/מאַמען/באָבען

  • יאַנקל זוכט דעם טאַטן און ליבע זוכט די מאַמע.
  • מיר האָבן ליב דעם זײדן און די באָבע.
  • איך האָב געשפּילט אין קױשבאָל מיטן טאַטן און אין טעניס מיט דער מאַמען.
  • לאָמיר געבן דעם זײדן אַ היטל און דער באָבען אַ שאַל.

אין קאַפּיטל 4 און אין לעקציע 5.1 האָבן מיר געלערנט װעגן בייגפֿאַלן: װי אַזוי עס בײַטן זיך די פֿאָרמעס, לויט זייער ראָלע אין זאַץ, פֿון עטלעכע קאַטעגאָריעס סובסטאַנטיװן און װערטער װאָס ציִען זיך צו זײ. מיר האָבן באַטראַכט פּערזאָן־נעמען, פּערזענלעכע פּראָנאָמען, דאָס פֿרעגװאָרט װער און די געװיסיקע אַרטיקלען. מיר האָבן שױן באַמערקט אַז ס׳רובֿ סובסטאַנטיװן בײגן זיך נישט; אין דער איצטיקער לעקציע לערנען מיר די פֿאָרמעס פֿון פֿיר װאָס בײגן זיך יאָ: טאַטע, מאַמע, באָבע, זײדע.

טאַטע און זײדע בײגן זיך אין אַקוזאַטיװ און דאַטיװ. מאַמע און באָבע בײגן זיך בלױז אין דאַטיװ. אַזױ װי מיט אַ פּערזאָן־נאָמען, גיט מען צו –⁠ן. אָט זײַנען די פֿאָרמעס פֿון די פֿיר סובסטאַנטיװן אין אַלע בײגפֿאַלן, מיטן געװיסיקן אַרטיקל:

נאָמינאַטיװ דער טאַטע דער זײדע די מאַמע די באָבע
אַקוזאַטיװ דעם טאַטן דעם זײדן די מאַמע די באָבע
דאַטיװ דעם טאַטן דעם זײדן דער מאַמען דער באָבען

באַמערקט:

העלפֿן

  • קענסט מיר העלפֿן מיט דער הײמאַרבעט?
  • די קינדער העלפֿן דער מאַמען בױען די סוכּה.
  • ליבע איז פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ מאַלפּע. איך האָב איר געהאָלפֿן מאַכן איר קאָסטיום.

דער װערב העלפֿן קומט מיט אַן אָביעקט אין דאַטיװ (נישט אַקוזאַטיװ!).

װען מיט העלפֿן קומט אַן אינפֿיניטיװ איז ער אָן צו (װעגן דעם אינפֿיניטיװ מיט און אָן צו, זען 5.1 נאָך פּרטים).

די פֿאַרגאַנגענע צײַט:
װערבן װאָס מיר האָבן ביז איצט געלערנט אין ייִדישפּאָפּ

העלפֿווערב: האָבן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ט
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס האָט...
בױען געבויט
בענטשן געבענטשט
ברענגען געבראַכט
דאַרפֿן געדאַרפֿט
האָבן געהאַט
הערן געהערט
װיסן געוווּסט
װעלן געוואָלט
זאָגן געזאָגט
זוכן געזוכט
חלומען געחלומט
טאַנצן געטאַנצט
טראַכטן געטראַכט
כאַפּן געכאַפּט
ליב האָבן ליב געהאַט
לאַכן געלאַכט
לײגן געלײגט
לייענען געלייענט
לעקן געלעקט
לערנען געלערנט
מאַכן געמאַכט
מאָלן געמאָלט
מוזן געמוזט
מישן געמישט
ענטפֿערן געענטפֿערט
פֿרעגן געפֿרעגט
קאָכן געקאָכט
קױפֿן געקױפֿט
קוקן געקוקט
קלעטערן געקלעטערט
קענען געקענט
רעדן גערעדט
שײַנען געשײַנט
שפּילן געשפּילט
העלפֿווערב: האָבן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ן
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס האָט...
באַקן געבאַקן
בלאָזן געבלאָזן
געבן געגעבן
געפֿינען געפֿונען
הײסן געהייסן
העלפֿן געהאָלפֿן
וואַרפֿן געוואָרפֿן
ווײַזן געוויזן
זינגען געזונגען
זען געזען
טאָן געטאָן
טראָגן געטראָגן
טרינקען געטרונקען
נעמען גענומען
עסן געגעסן
פֿאַרשטיין פֿאַרשטאַנען
שרײַבן געשריבן
העלפֿווערב: זײַן / פּאַרטיציפּ אויף –⁠ן
אינפֿיניטיװ פֿאַרגאַנגענע צײַט
ער/זי/עס איז…
גיין געגאַנגען
געפֿעלן געפֿעלן
געשען געשען
הענגען געהאַנגען*
זײַן געווען
זיצן געזעסן
לױפֿן געלאָפֿן
פֿליִען געפֿלויגן
קומען געקומען
שװימען געשוווּמען
שטיין געשטאַנען
שלאָפֿן געשלאָפֿן
שפּרינגען געשפּרונגען

דער װערב הענגען קומט אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט מיט זײַן װען ער איז אומטראַנסיטיװ, און מיט האָבן װען ער איז טראַנסיטיװ. למשל:

  • די מאַלפּע איז געהאַנגען אױפֿן בױם.
  • איך האָב אױפֿגעהאַנגען דאָס בילד אױף דער װאַנט.