נאָך פּרטים

דער געוויסיקער אַרטיקל: נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו, דאַטיוו

  • די מאַלפּע נעמט אַרױס די באַנאַנע פֿון דעם רוקזאַק.

אין קאַפּיטל 4 האָבן מיר געלערנט אַז טייל סובסטאַנטיוון און ווערטער װאָס ציִען זיך צו זיי בײַטן זיך אַ מאָל לויט זייער ראָלע אין זאַץ. מיר האָבן אויך געלערנט ווי מע באַניצט זיך מיט די גראַמאַטישע טערמינען נאָמינאַטיוו, אַקוזאַטיוו און דאַטיוו (די דרײַ בייגפֿאַלן) צו באַשרײַבן די פֿאַרשײדענע פֿאָרמעס. מיר האָבן אַרײַנגעפֿירט די פֿאָרמעס פֿון פּערזענלעכע פּראָנאָמען און פֿון פּערזאָן־נעמען אין אַלע בייגפֿאַלן (זען 4.5 נאָך פּרטים).

אין דער לעקציע פֿאַרנעמען מיר זיך מיטן געוויסיקן אַרטיקל. די אַרטיקלען וואָס איר קענט שוין לאַנג – דער, די, דאָס – זײַנען נאָמינאַטיוו. אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער רעכענען מיר אויס די פֿאָרמעס פֿונעם געוויסיקן אַרטיקל אין אַלע בייגפֿאַלן.

מאַסקולין
איינצאָל
פֿעמינין
איינצאָל
נייטראַל
איינצאָל
אַלע מינים
מערצאָל
נאָמינאַטיוו דער די דאָס די
אַקוזאַטיוו דעם די דאָס
דאַטיוו דעם דער דעם

אין דער װײַטערדיקער טאַבעלע געפֿינען זיך משל־זאַצן מיטן געװיסיקן אַרטיקל אין אײנצאָל:

מאַסקולין פֿעמינין נייטראַל
נאָמינאַטיוו דער וועווריק לויפֿט. די שוועסטער וויל שלאָפֿן. וווּ איז דאָס היטל?
אַקוזאַטיוו איך זע דעם וועווריק. איך האָב ליב די שוועסטער! איך זוך דאָס היטל.
דאַטיוו איך גיב דעם וועווריק אַן עפּל. איך לייען דער שוועסטער אַ מעשׂה. איך קען נישט אַרויסגיין אָן דעם היטל!

באַמערקט:

געװיסיקער אַרטיקל
פּערזענלעכער פּראָנאָם
מאַסקולין –
איינצאָל
פֿעמינין –
איינצאָל
נייטראַל –
איינצאָל
נאָמינאַטיוו דער
ער
די
זי
דאָס
עס
אַקוזאַטיוו דעם
אים
די
זי
דאָס
עס
דאַטיוו דעם
אים
דער
איר
דעם
אים

צונױפֿװאַקסן: פּרעפּאָזיציע + דעם

דער אַרטיקל דעם (מאַסקולין דאַטיװ און נײטראַל דאַטיװ) װאַקסט זיך געװײנטלעך צונױף מיט אַ פּרעפּאָזיציע װאָס קומט פֿאַר אים. די צונױפֿװאַקסן פֿון דעם מיט די פּרעפּאָזיציעס וואָס מיר האָבן שוין געלערנט געפֿינען זיך אין דער טאַבעלע דאָ ווײַטער.

פּרעפּאָזיציע + דעם צונױפֿװאַקס פֿון „דעם“ װערט...
אויף דעם אויפֿן –⁠ן
אונטער דעם אונטערן
מיט דעם מיטן
פֿאַר דעם פֿאַרן
בײַ דעם בײַם –⁠ם
צו דעם צום
אין דעם אינעם –⁠עם
פֿון דעם פֿונעם
לעבן דעם לעבן דעם װאַקסט זיך אין גאַנצן צונױף
מיט דער פּרעפּאָזיציע.
װעגן דעם װעגן

דער צונױפֿװאַקס אָן + דעם אָנעם איז פֿאַראַן, אָבער אַ סך זעלטענער װי די צונױפֿװאַקסן אין דער טאַבעלע.

באַמערקט:

  • די אַרטיקלען דער (פֿעמינין דאַטיוו) און די (מערצאָל) װאַקסן זיך נישט צונױף מיט דער פּרעפּאָזיציע.
  • בײַ ס׳רובֿ פּרעפּאָזיציעס ניצט מען כּמעט שטענדיק אין נאַטירלעכע רײד דעם צונױפֿװאַקס מיטן נישט־אַקצענטירטן אַרטיקל, למשל:
    • די מאַלפּע זיצט אױפֿן צװײַג (נישט „אױף דעם צװײַג“).

    נאָר די פּרעפּאָזיציעס לעבן אָדער װעגן האָבן אַ ברירה אָדער צו „פֿאַרשלינגען“ דעם אַרטיקל אין גאַנצן, אָדער אים צו לאָזן אומגעשטערט – אַפֿילו אין דער נאַטירלעכער רײדשפּראַך:

    • די מאַלפּע זיצט לעבן בױם.
    • די מאַלפּע זיצט לעבן דעם בױם.
  • מע ניצט די פֿולע פֿאָרמע (פּרעפּאָזיציע + דעם) װען דער אַרטיקל װערט אַקצענטירט. זען דאָ װײַטער דער אַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל.

דער אַקצענטירטער געװיסיקער אַרטיקל:
דער אָנװײַזיקער פּראָנאָם

  • קוק אױף דעם שטערן. ער איז אַזױ גרױס!
  • פֿון די צװײ פּיצעס נעם איך די מיט די ציבעלעס װײַל איך האָב נישט ליב קײן פֿעפֿערס.
  • דער שירעם איז נישט גוט. גיב מיר בעסער דײַן שירעם.

װען דער געװיסיקער אַרטיקל איז אַקצענטירט דינט ער ווי אַן אָנװײַזיקער פּראָנאָם. ער קען פֿאַרשטאַרקט װערן מיטן װאָרט אָט. למשל:

  • קוק אױף אָט דעם שטערן. ער איז אַזױ גרױס!

װען דער אַרטיקל דעם איז אַקצענטירט קען מען אים נישט צונױפֿגיסן מיט דער פּרעפּאָזיציע, למשל:

  • — דו קוקסט אױפֿן בילד?

    — יאָ, איך קוק אױפֿן בילד פֿון מאָבין.

    — נײן, נישט אױף דעם בילד. אױפֿן בילד פֿון נעמין!

אין און פֿון + סובסטאַנטיװ פֿון אָרט

  • איך גיי אַרײַן אין שטוב.
  • מאָבי שפּרינגט אַרײַן אין װאַסער.
  • די חבֿרים קומען אַרױס פֿון װאַלד.
  • גיב אַ קוק! די מאַלפּע שפּרינגט אַראָפּ פֿון בױם!
  • װי איז אין דרױסן? איך װעל אַרױסקוקן פֿון פֿענצטער.

נאָך די פּרעפּאָזיציעס אין און פֿון באַגײט מען זיך אָן דעם געװיסיקן אַרטיקל מיט אַ סובסטאַנטיװ אין אײנצאָל (דאָס הײסט, עס פֿעלן די אַרטיקלען דעם און דער). אין אַזעלכע זאַצן רעדט זיך װעגן אַ ספּעציפֿיש אָרט.

באַמערקט:

  • מע קען זיך נישט באַגײן אָן די אומגעװיסיקע אַרטיקלען און קײן װען מע רעדט װעגן אַ נישט־ספּעציפֿיש אָרט, למשל:
    • אַ מאַלפּע קען אַראָפּשפּרינגען פֿון אַ בױם (עס קען זײַן יעדער בױם).
    • איך װיל עסן אין אַ פּאַרק (עס קען זײַן יעדער פּאַרק), אָבער מײַן חבֿר װיל נישט עסן אין קײן פּאַרק – ער האָט בעסער ליב צו עסן אינעװײניק.

    אין די װײַטערדיקע צװײ בײַשפּילן רעדט זיך קודם װעגן אַ ספּעציפֿישן אָרט (מאָביס בעט) און דערנאָך װעגן אַ נישט־ספּעציפֿישן אָרט (עס קען זײַן יעדע בעט):

    • מאָבי שלאָפֿט נישט אין בעט.
    • אַ ראָבאָט שלאָפֿט נישט אין קײן בעט.
  • װען דער אַרטיקל איז אַן אָנװײַזיקער פּראָנאָם קען ער נישט פֿעלן:
    • אין דעם פּאַרק קענען מיר נישט שפּילן אין קױשבאָל.
  • אין מערצאָל קען דער געװיסיקער אַרטיקל נישט פֿעלן:
    • די מאַלפּעס שפּרינגען אַראָפּ פֿון די בײמער.

    (דער זאַץ „די מאַלפּעס שפּרינגען אַראָפּ פֿון בײמער“ האָט אַן אַנדער באַטײַט: ער װײַזט נישט אָן אױף קײן ספּעציפֿישע בײמער.)

(צו) + אינפֿיניטיװ

  • לאָמיר געבן דער מאַלפּע עפּעס צו עסן.
  • מאָבי האָט שױן אַ קאָסטיום צו טראָגן פּורים. און שלח־מנות האָט ער צו געבן די חבֿרים.
  • יאַנקל איז גרײט צו גײן אין פּאַרק.
  • ס׳איז גוט צו טאָן די הײמאַרבעט מיט אַ חבֿר.

אַן אינפֿיניטיװ װאָס דערגאַנצט אַ סובסטאַנטיװ צי אַן אַדיעקטיװ קומט מיטן פּאַרטיקל צו.

װען נאָך אַ פֿרעגװאָרט קומט אַן אינפֿיניטיװ איז אױך מיט צו, למשל:

  • זאָג מיר װען צו קומען אין פּאַרק.
  • דו װײסט װאָס צו טאָן?
  • פֿרעג אים װי צו מאַכן סושי!

נאָך טײל װערבן (װי מיר האָבן געזען מיט ליב האָבן אין 3.4) קומט דער אינפֿיניטיװ מיט צו, למשל:

  • מאַלפּעס האָבן ליב צו עסן באַנאַנעס.
  • איך װעל דיר געבן צו פֿאַרשטײן װאָס מיר דאַרפֿן טאָן.

נאָך אַנדערע װערבן קומט דער אינפֿיניטיװ אָן צו. אין דער קאַטעגאָריע האָבן מיר שױן געלערנט די מאָדאַלע װערבן קענען, װעלן (װיל), דאַרפֿן און מוזן, דעם העלפֿװערב פֿון דער קומעדיקער צײַט „װעל“, און עטלעכע באַװעגװערבן, למשל גײן, קומען, לױפֿן, שפּרינגען, פֿליִען. למשל:

  • איך דאַרף ברענגען מײַן רוקזאַק.
  • דו װעסט טראָגן דאָס קלײדל?
  • לאָמיר גײן שװימען!
  • קומט שוין עסן!
  • איך לױף טאָן די הײמאַרבעט!

צו + אינפֿיניטיװן מיט אַ קאָנװערב

אין 4.1 נאָך פּרטים האָבן מיר שױן דערמאָנט אַז װען דער אינפֿיניטיװ האָט אין זיך אַ קאָנװערב, קומט צו צװישן דעם קאָנװערב און דעם װערבאַלן שטאַם און מע שרײַבט אַלץ אין אײנעם. למשל:

  • ביסט גרײט אַרױסצוגײן אין דרױסן?
  • די מאַלפּע האָט ליב אַרױפֿצוקלעטערן אױפֿן בױם.
  • ער וועט מיר געבן ברױט צו עסן און אַ קלײד אָנצוטאָן.

(צו) + אינפֿיניטיװ: סך־הכּל

אָט איז אַ סך־הכּל פֿון די פֿאַלן װאָס מיר האָבן שױן געלערנט װען דער אינפֿיניטיװ קומט מיט צו, און די װען ער קומט אָן צו. אין 5.5 נאָך פּרטים און 6.5 נאָך פּרטים געפֿינען זיך דערגאַנצטע סך־הכּלען װאָס נעמען אַרײַן די נײַע װערבן פֿון קאַפּיטלען 5 און 6.

(צו) + אינפֿיניטיװ למשל…
סובסטאַנטיװ + צו + אינפֿיניטיװ װאַסער צו טרינקען
אַדיעקטיװ גרײט צו גײן
פֿרעגװאָרט װען צו קומען

אַ סך װערבן, צװישן זײ:

ליב האָבן, געבן

געבן צו פֿאַרשטײן

מאָדאַלע װערבן/העלפֿװערבן:

קענען, װעלן (װיל), דאַרפֿן, מוזן
װעל (קומעדיקע צײַט)

+ אינפֿיניטיװ קענען שװימען

באַװעגװערבן:

גײן, קומען, לױפֿן, שפּרינגען, פֿליִען

קומען עסן