לײען

אַרויס פֿון וואַלד!

אין וואַלד, לעבן אַ שטוב

מיידל:
איך בין זייער טרויעריק. איך האָב נישט קיין טאַטן און נישט קיין מאַמע.
מומע:
אָבער דו האָסט מיך –– די מומע! איצט וואַש די פֿענצטער פֿון שטיבל און קאָך אַ זופּ!

די מומע גייט אַרויס. אַ מויז לויפֿט אַרײַן.

מויז:
מיידל, פֿאַר וואָס ביסטו אַזוי טרויעריק?
מיידל:
אוי, מײַזעלע, איך בין טרויעריק ווײַל איך מוז זײַן מיט מײַן מומע. און זי איז נישט גוט, זי איז בייז! איך מוז זײַן מיט איר דאָ אין וואַלד. איך קען נישט אַרויס!
מויז:
זײַ נישט טרויעריק! גיב אַ קוק — כ׳האָב אַ שפּיגעלע. קוק נאָר אַרײַן אין מײַן שפּיגעלע, און אַלץ וועט זײַן גוט. ס׳איז אַ שפּיגעלע, נישט װי געװיינטלעך.
מיידל:
טאַקע? גוט — איך קוק איצט אַרײַן אין דײַן שפּיגעלע. ... נאַ דיר צוריק דאָס שפּיגעלע!

לעבן וואַלד

בחור:
הײַנט איז שיין. עס שײַנט די זון, עס גייט נישט קיין רעגן. איך בין אין דרויסן מיט די פֿייגעלעך, די ביימער און די בלומען.

ער זעט עפּעס אונטער די בלומען.

בחור:
וואָס איז דאָס אונטער די בלומען? איך וויל אַ קוק געבן… ס׳איז אַ שפּיגעלע. ס׳איז זייער קליין. אָבער וואָס איז דאָס? איך קוק אַרײַן אין שפּיגעלע און איך זע אַ מיידל. ווער איז זי? וווּ איז זי? ווי קען איך זי געפֿינען?

די מויז לויפֿט אַרויס פֿון די בלומען.

בחור:
אַ מײַזעלע? וואָס איז?
מויז:
ווילסט געפֿינען דאָס מיידל? גיי אַרײַן אין וואַלד, און זוך איר שטיבל! אָבער דאַרפֿסט וויסן אַז זי האָט אַ מומע און די מומע איז בייז...

דער בחור גייט אַרײַן אין וואַלד. ער גייט און זוכט, גייט און זוכט, גייט און זוכט.

בחור:
אוי, איך בין מיד! וווּ איז דאָס שטיבל? וווּ איז דאָס מיידל?

די מויז קומט אַרײַן.

בחור:
מײַזעלע, דאָס ביסט דו? איך קען נישט געפֿינען דאָס שטיבל! וואָס טו איך איצט?
מויז:
גיי ווײַטער נאָך אַ קליין ביסל, וועסטו שוין זען דאָס שטיבל. און נאַ דיר אַ היטל.
בחור:
אַ היטל? פֿאַר וואָס דאַרף איך אַ היטל?
מויז:
דאָס היטל איז נישט פֿאַר דיר. די מומע האָט ליב היטלעך — ס׳איז פֿאַר איר! זי דאַרף געפֿינען דאָס היטל –– אָבער דיך נישט זען. דאָס היטל וועט איר זייער געפֿעלן. זי וועט עס אָנטאָן און דערנאָך וועט זי שלאָפֿן, לאַנג שלאָפֿן. און דאָס מיידל װעט קענען מיט דיר אַרויסלויפֿן פֿון וואַלד.
בחור:
אַ דאַנק, מײַזעלע.

דער בחור גייט ווײַטער. ער געפֿינט דאָס שטיבל. ער שטייט וווּ די מומע קען אים נישט זען. די מומע זעט דאָס היטל.

מומע:
וואָס איז דאָס? אַ היטל? דאָס היטל איז זייער שיין! איך וויל עס אָנטאָן.

די מומע טוט אָן דאָס היטל.

מומע:
אוי, איך בין מיד, איך וויל שוין שלאָפֿן... מיידל!

דאָס מיידל קומט אַרויס.

מומע:
מיידל, איך גיי שלאָפֿן. וואַש די קליידלעך און די העמדער, גוט?
מיידל:
גוט, מומע.

די מומע שלאָפֿט. דאָס מיידל וואַשט קליידלעך און העמדער. דער בחור קומט.

בחור:
מיידל, קום מיט מיר!ּ
מיידל:
איך קען נישט. די מומע וועט זאָגן „ניין“.
בחור:
אָבער די מומע וועט לאַנג שלאָפֿן. מיר קענען אַרויסלויפֿן פֿון וואַלד!
מיידל:
טאַקע? גוט, איך קום!

דער בחור און דאָס מיידל לויפֿן און לויפֿן. זיי לויפֿן אַרויס פֿון וואַלד. זיי זעען די מויז.

בחור:
מײַזעלע, גיב אַ קוק! איצט איז דאָס מיידל מיט מיר. אַ דאַנק דיר!
מויז:
אַ דאַנק פֿאַר אַ דאַנק, אָבער...די מומע שלאָפֿט שוין נישט און זי קען אײַך נאָך כאַפּן!
בחור און מיידל:
אוי־וויי!!
מויז:
בחור, האָסט נאָך דאָס שפּיגעלע?
בחור:
יאָ, איך האָב עס.
מויז:
איצט מוז דאָס מיידל האָבן דאָס שפּיגעלע. גיב עס איר. … מיידל, ווען די מומע קומט, ווײַז איר דאָס שפּיגעלע.

די מומע לויפֿט אַרײַן.

מומע:
אַ, אָט ביסטו מיידל. דו מוזסט איצט צוריקקומען אין וואַלד מיט מיר!
מיידל:
נײן, איך קום נישט!

דאָס מיידל ווײַזט איר דאָס שפּיגעלע.

מומע:
אוי, איך קען נישט זען. דאָס שײַנט די זון אַרײַן אין מײַנע אויגן?
מיידל:
ניין, ס׳איז דאָס שפּיגעלע! גיי צוריק אַרײַן אין וואַלד, וועט עס שוין נישט שײַנען!
מומע:
אײַ, די אויגן, די אויגן! איך גיי שוין צוריק אַרײַן אין וואַלד!

די מומע לויפֿט צוריק אַרײַן אין וואַלד.

מיידל:
מײַזעלע, אָט איז דאָס שפּיגעלע, איצט דאַרפֿן מיר עס שוין נישט. … קום, מײַן בחור לאָמיר גיין…

זיי גייען אַרויס. די מויז רעדט מיט אַלע מענטשן:

מויז:
נו, וואָס זאָגט איר? זיי וועלן חתונה האָבן?
1
דאָס מיידל האָט...
  1. א
    אַ טאַטע, אַ מאַמע און אַ מומע.
  2. ב
    אַ טאַטע און אַ מאַמע אָבער נישט קיין מומע.
  3. ג
    נאָר אַ מאַמע.
  4. ד
    נאָר אַ מומע.
2
די מומע איז בייז. זי זאָגט:
  1. א
    מיידל, דו מוזסט אַרויס פֿון וואַלד!
  2. ב
    מיידל, דו קענסט זײַן וווּ דו ווילסט!
  3. ג
    מיידל, דו מוזסט טאָן אַ סך זאַכן פֿאַר מיר!
  4. ד
    מיידל, דו קענסט קאָכן אַ זופּ!
3
דאָס מײַזעלע האָט אַ שפּיגעלע. וואָס דאַרף דאָס מיידל טאָן?
  1. א
    זי דאַרף טאָן אַלץ ווי געוויינטלעך.
  2. ב
    זי דאַרף אַרײַנקוקן אין שפּיגעלע.
  3. ג
    זי דאַרף זײַן פֿריילעך.
  4. ד
    זי דאַרף זײַן טרויעריק.
4
וואָס געפֿינט דער בחור אונטער די בלומען?
  1. א
    דאָס מײַזעלע.
  2. ב
    אַ פֿייגעלע.
  3. ג
    דאָס שטיבל.
  4. ד
    דאָס שפּיגעלע.
5
פֿאַר וואָס גייט דער בחור אַרײַן אין וואַלד?
  1. א
    ווײַל ער וויל כאַפּן דאָס מײַזעלע.
  2. ב
    ווײַל ער איז מיד.
  3. ג
    ווײַל ער וויל געפֿינען דאָס מיידל.
  4. ד
    ווײַל ער וויל אַרײַנקוקן אין שפּיגל.
6
דער בחור זעט דאָס מײַזעלע אין וואַלד און דאָס מײַזעלע גיט אים...
  1. א
    אַ שטיבל.
  2. ב
    אַ היטל.
  3. ג
    אַ שפּיגעלע.
  4. ד
    אַ מומע.
7
די מומע טוט אָן דאָס היטל. דערנאָך...
  1. א
    רעדט זי מיט אַ מײַזעלע.
  2. ב
    וואַשט זי קליידלעך און העמדער.
  3. ג
    גייט זי אַרויס פֿון וואַלד.
  4. ד
    שלאָפֿט זי לאַנג.
8
דער בחור און דאָס מיידל...
  1. א
    שלאָפֿן לאַנג.
  2. ב
    גײען אַרײַן אין שטיבל.
  3. ג
    לויפֿן אַרויס פֿון וואַלד.
  4. ד
    טוען אָן היטלעך.
9
די מומע קען נישט צוריקברענגען דאָס מיידל אין וואַלד ווײַל...
  1. א
    דאָס מיידל לויפֿט ווײַטער.
  2. ב
    דאָס מיידל טוט אָן דאָס היטל.
  3. ג
    די מומע קען נישט זען.
  4. ד
    די מומע קען נישט גיין.
10
דער בחור און דאָס מיידל האָבן חתונה?
  1. א
    יאָ, איצט.
  2. ב
    יאָ, אָבער נישט איצט.
  3. ג
    ניין.
  4. ד
    מיר ווייסן נישט.