נאָך פּרטים

אומדירעקטער אָביעקט – דאַטיוו

די פֿאָרמעס פֿון די פּערזענלעכע פּראָנאָמען און פֿון פּערזאָן־נעמען אינעם בייגפֿאַל דאַטיוו קענט איר שוין פֿון לעקציע 4.3 (די דאַטיוו־פֿאָרמעס קענט איר געפֿינען אין 4.3 נאָך פּרטים; וועגן די בייגפֿאַלן בכלל זען 4.2 נאָך פּרטים). דאָרט האָבן מיר געזען אָט די פֿאָרמעס נאָך אַ פּרעפּאָזיציע.

די דאַטיװ־פֿאָרמעס ניצט מען אויך ווען אַ סובסטאַנטיוו/פּערזאָן־נאָמען/פּראָנאָם איז דער אומדירעקטער אָביעקט פֿונעם ווערב. אין די זאַצן דאָ אויבן איז דער אומדירעקטער אָביעקט אַרויסגעהויבן מיט פֿעטע אותיות. אין די זאַצן דאָ ווײַטער ווײַזן אָן די קאָלירן און די סובסקריפּטן אויף די דרײַ בייגפֿאַלן אין די דאָזיקע פֿונקציעס:

סוביעקט – נאָמינאַטיוו [נאָמ׳]

דירעקטער אָביעקט – אַקוזאַטיוו [אַק׳]

אומדירעקטער אָביעקט – דאַטיוו [דאַט׳]

  • ווײַז מיר [דאַט׳] דײַן שלח־מנות [אַק׳]!
  • איך [נאָמ׳] טראָג שלח־מנות [אַק׳] פּערלען [דאַט׳].
  • דו [נאָמ׳] ברענגסט מאָבין [דאַט׳] ציבעלעס [אַק׳].
  • מאָבי, איך [נאָמ׳] וועל דיר [דאַט׳] וואַרפֿן די פּילקע [אַק׳], און דערנאָך וועסט דו [נאָמ׳] וואַרפֿן מאירקען [דאַט׳] די פּילקע [אַק׳].
  • מיר [נאָמ׳] וועלן געבן די חבֿרים [דאַט׳] המן־טאַשן [אַק׳].
  • הײַנט וועט מאָבי [נאָמ׳] אונדז [דאַט׳] מאַכן סושי [אַק׳].
  • פּערל [נאָמ׳] וויל לייענען דאָס בוך [אַק׳]. איך [נאָמ׳] ברענג איר [דאַט׳] דאָס בוך [אַק׳] איצט.
  • יאַנקל [נאָמ׳] איז מיד. די מאַמע [נאָמ׳] טוט אים [דאַט׳] אויס די קלײדער [אַק׳] און טוט אים [דאַט׳] אָן אַ פּיזשאַמע [אַק׳]. דערנאָך לייענט זי [נאָמ׳] אים [דאַט׳] אַ מעשׂה [אַק׳].

אַקוזאַטיװ און דאַטיװ: ווערטער־סדר

  • איך [נאָמ׳] גיב די מאַראַנצן [אַק׳] פּערלען [דאַט׳].
  • איך [נאָמ׳] גיב פּערלען [דאַט׳] די מאַראַנצן [אַק׳].
  • איך [נאָמ׳] װעל געבן די מאַראַנצן [אַק׳] פּערלען [דאַט׳].
  • איך [נאָמ׳] װעל געבן פּערלען [דאַט׳] די מאַראַנצן [אַק׳].
  • איך [נאָמ׳] װעל פּערלען [דאַט׳] געבן די מאַראַנצן [אַק׳].
  • איך [נאָמ׳] װעל די מאַראַנצן [אַק׳] געבן פּערלען [דאַט׳].

ווען דער דירעקטער און אומדירעקטער אָביעקט זײַנען נישט קיין פּערזענלעכע פּראָנאָמען איז זייער אָרט אין זאַץ בייגעוודיק. (דער גענויער סדר פֿון די ווערטער ווערט באַשטימט דורך סטיליסטישע צי אידיאָמאַטישע סיבות.) עס גילטן אָבער אַ ביסל שטרענגערע כּללים ווען עס געפֿינט זיך אינעם זאַץ אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם.

  • איר זעט מיך?
  • פּערל קען מיך איצט זען.
  • מאירקע קען מיך נישט זען.
  • יאַנקל איז אין דרויסן. נעמי ברענגט אים אַרײַן.
  • מאירקע איז דאָ! איך גיב אים איצט אַ מתּנה.
  • פּערל איז נישט אין שטוב. איך קען איר איצט נישט געבן קיין מתּנה.

וווּ דאַרף שטיין אַ פּערזענלעכער פּראָנאָם וואָס איז דער דירעקטער אָדער אומדירעקטער אָביעקט אין אַ זאַץ? געוויינטלעך שטייט ער גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב.

אַפֿילו ווען דער סוביעקט (נישט קיין פּערזענלעכער פּראָנאָם) איז נישט דער ערשטער זאַצאיינס און קומט דערפֿאַר נאָכן ווערב, מעג דער אָביעקט־פּראָנאָם שטיין פֿאַר אים, גלײַך נאָכן בייגיקן ווערב. דער סדר אין ביידע זאַצן דאָ ווײַטער איז קאָרעקט:

  • מאירקע איז דאָ! איצט גיט אים נעמי די מתּנה.
  • מאירקע איז דאָ! איצט גיט נעמי אים די מתּנה.

אויב ס׳איז דאָ מער ווי איין פּערזענלעכער פּראָנאָם איז דער סדר

  1. נאָמינאַטיװ [נאָמ׳]
  2. אַקוזאַטיװ [אַק׳]
  3. דאַטיװ [דאַט׳]

למשל:

  • פּערל וויל לייענען דאָס בוך. איך ברענג עס [אַק׳] איר [דאַט׳] איצט.
  • מאָבי וויל הערן די מעשׂה. נעמי לייענט זי [אַק׳] אים [דאַט׳].
  • די מאַמע האָט דאָס זייגערל. אָט קען זי [נאָמ׳] עס [אַק׳] אײַך [דאַט׳] געבן.

געבן

  • גיב מיר אַ המן־טאַש!
  • נעמי גיט מאָבין אַ המן־טאַש.
  • מיר גיבן די חבֿרים אַ סך המן־טאַשן.
  • ווען וועסטו מיר געבן אַ המן־טאַש?

אין לעקציע 1.3 האָבן מיר געלערנט די פֿראַזע גיב מיר. איצט פֿאַרשטייט איר שוין די גראַמאַטיק פֿון אָט דער פֿראַזע: מיר איז דער פּראָנאָם אין דאַטיוו, דער אומדירעקטער אָביעקט פֿונעם ווערב גיב.

אין 2.1 נאָך פּרטים האָבן מיר דערמאָנט אַז דעם אימפּעראַטיוו גיב/גיט דאַרף מען זיך אויסלערנען ווײַל ער שטימט נישט מיטן געוויינטלעכן מוסטער. דער אינפֿיניטיוו פֿון אָט דעם ווערב איז געבן, און די פֿאָרמעס פֿון דער איצטיקער צײַט געפֿינען זיך אין דער ווײַטערדיקער טאַבעלע. זיי שטימען אויך נישט מיטן געוויינטלעכן מוסטער און מע מוז זיך זיי אויסלערנען.

געבן – איצטיקע צײַט
איך גיב
דו גיסט
ער/זי/עס גיט
מיר גיבן
איר גיט
זיי גיבן

געפֿעלן

א. נאָמינאַטיוו און דאַטיוו

  • דער שלח־מנות [נאָמ׳] וועט פּערלען [דאַט׳] געפֿעלן.
  • מיר [דאַט׳] געפֿעלט אויך דײַן קאָסטיום [נאָמ׳].
  • מאירקען [דאַט׳] וועט דאָס אַלץ [נאָמ׳] געפֿעלן.
  • לײזער [נאָמ׳] געפֿעלט רײזלען [דאַט׳].

קוקט אויף די משל־זאַצן דאָ אויבן מיט געפֿעלן. באַמערקט אַז:

  • עס געפֿינען זיך אין זיי די בייגפֿאַלן נאָמינאַטיװ [נאָמ׳] און דאַטיװ [דאַט׳], אָבער נישט אַקוזאַטיוו.
  • אין דאַטיוו איז דער מענטש בײַ װעמען דאָס געפֿיל פֿון געפֿעלן װערט אַרויסגערופֿן. אין נאָמינאַטיוו איז יענער עפּעס אָדער עמעצער וואָס רופֿט אַרויס דאָס געפֿיל.

באַמערקט: אָפֿט קומט אויס אויסצושטעלן זאַצן מיט געפֿעלן לויט אַ ווערטער־סדר וואָס פֿאָדערט דעם באַניץ מיטן עקספּלעטיוון עס (זען 4.1 נאָך פּרטים):

  • עס װעט פּערלען [דאַט׳] געפֿעלן דער שלח־מנות [נאָמ׳].
  • עס געפֿעלט מיר [דאַט׳] אויך דײַן קאָסטיום [נאָמ׳].

ב. געפֿעלן אַקעגן ליב האָבן

  • מאָבי האָט ליב שלח־מנות. מײַן שלח־מנות געפֿעלט אים זייער.
  • נעמי האָט ליב מאָבין.
  • אָט קומט נאָך אַ ראָבאָט! דער ראָבאָט געפֿעלט אונדז.

ליב האָבן באַצײכנט אַ שטענדיקע אָדער לאַנג־דויערדיקע באַציִונג לגבי מענטשן, זאַכן אָדער טוּונגען. געפֿעלן דריקט גיכער אויס אַ מאָמענטאַל געפֿיל.

אַזאַ מאָמענטאַל געפֿיל טרעפֿט זיך אָפֿט ווען מע זעט/הערט/באַגעגנט עפּעס צי עמעצן צום ערשטן מאָל. באַטראַכט דעם חילוק צווישן „איך האָב ליב די שיך“ און „מיר געפֿעלן די שיך“:

  • „איך האָב ליב די שיך“: למשל, איך האָב די שיך שוין לאַנג, איך קען זיי גוט, זיי זײַנען אי באַקוועם, אי שיין.
  • „מיר געפֿעלן די שיך“: למשל, איך האָב נאָר וואָס באַמערקט די שיך אין דער וויטרינע פֿון אַ קראָם. זיי זעען אויס שיין, האָב איך צו זיי אין דעם מאָמענט אַ פּאָזיטיוו געפֿיל.

פּאָסעסיװע פּראָנאָמען: זײַן / איר

  • איך האָב יאַנקלס פּיזשאַמע, אָבער וווּ איז זײַן זשאַבע?
  • פּערל באַקט קיכעלעך. אירע קיכעלעך זײַנען געשמאַק.

אין לעקציע 1.5 האָבן מיר געלערנט די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען וואָס דעקן זיך מיט איך און דו; אין 4.3 – די וואָס דעקן זיך מיט מיר, איר און זיי. עס פֿעלן אונדז נאָר די וואָס דעקן זיך מיט ער, זי און עס. אָט זײַנען זיי:

פּערזענלעכער
פּראָנאָם
פּאָסעסיווער
פּראָנאָם
ער זײַן / זײַנע
זי איר / אירע
עס זײַן / זײַנע

געדענקט:

באַמערקט: