קולטור

אַ גלעזל טיי Image

אַ גלעזל טיי

אין דער וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּעישע ייִדן איז טיי געווען דאָס באַליבטסטע טעגלעכע געטראַנק, פּונקט ווי בײַ נישט־ייִדן אין דעם אַרום, בפֿרט אין רוסלאַנד. װאַסער אויף טיי האָט מען אין יענע צײַטן געקאָכט אין אַ סאַמאָוואַר, אַ כּלי אין דער פֿאָרעם פֿון אַ קעסל מיט אַ קראַן, אָפֿט אָנגעהייצט מיט קוילן. דאָס הייסע געטראַנק פֿלעג מען אָנגיסן אין גלעזלעך, נישט אין קיין קעראַמישע אָדער פּאָרצעלײַענע טעפּלעך מיט אַן אויער, ווי עס איז אָנגענומען אין טייל אַנדערע קולטורן.

טיי האָט מען געטרונקען אין יעדן סעזאָן, אָבער אין אַ קאַלטן ווינטערדיקן נאָכמיטאָג האָבן דאָס ברומען און פֿײַפֿן פֿון אַ סאַמאָוואַר איידער מע פֿאַרלעשט אים, און דער עיקר די זודיקע טיי, געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון וואַרעמקייט און היימישקייט. אַ גלעזל טיי איז געוואָרן אַ צייכן פֿון אַ רויִקן, געזעלשאַפֿטלעכן מאָמענט, פֿון אַ פֿאַרבעטונג צו פֿאַרברענגען מיט משפּחה אָדער פֿרײַנד. מע פֿלעג מכבד זײַן דעם צווייטן מיט אַ גלעזל טיי און דערבײַ כאַפּן אַ שמועס, שפּילן אין שאָך, ווי אויך עפּעס פֿאַרבײַסן. בײַ די גבֿירים פֿלעג מען דערלאַנגען טיי מיט פֿאַרשייעדענע מינים אײַנגעמאַכטס צי געבעקס. געוויס האָט דאָס טרינקען טיי נישט געהאַט דעם געהעריקן טעם אָן צוקער. עס איז געווען אָנגענומען צו נעמען קליינע זופּן דורך אַ קלעצל צוקער געהאַלטן צווישן די ציין. בלאָזן אויף הייסער טיי איז אויך נישט געווען אין סתּירה מיט איידעלע מאַנירן.

בײַ שלום־עליכמען געפֿינט מען אַזעלכע לויבווערטער דעם טיי־מינהג: „אַז מע טראָגט אַרויס דעם סאַמאָוואַר [אויף דער וועראַנדע] און מע זעצט זיך אַוועק טרינקען וויסאָצקיס טיי — איז דאָך אַ חיות פֿון גאָט!" וויסאָצקיס טיי, וואָס איז עד־היום זייער באַקאַנט, האָט די וועלט צו פֿאַרדאַנקען דווקא אַ מאָסקעװער ייִד, קלונימוס וואָלף וויסאָצקי. די טייפֿירמע וואָס ער האָט פֿאַרלייגט אין 1849 איז ביזן אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט גאָר

געוואָרן אַ טיי־אימפּעריע, די גרעסטע טייפֿירמע אויף דער וועלט.

דאָס טרינקען טיי איז געווען אַזוי עיקרדיק אין טאָג־טעגלעכן לעבן אַז אַ פֿאָלקסליד וואָס באַשרײַבט ווי עס פֿירט זיך טאָג־טעגלעך בײַם קייסער — ווי ער עסט בולבעס, שלאָפֿט אאַז״וו — נעמט אויך אויך אַרײַן אַ סטראָפֿע וועגן טיי:

מע נעמט אַ היטעלע* צוקער

און מע מאַכט אין דעם אַ לעכעלע

און מע גיסט אַרײַן די טיי

און מע מישט, און מע מישט…

אָט אַזוי טרינקט דער קייסער טיי!

פֿון איווס בלאַג:

מען נעמט אַ היטעלע צוקער, און מע מאַכט אַ לאָך, און מע גיסט אַרײַן די טײ, און מע מישט און מע מישט, און מע מישט —⁠אָט אַזױ אָט אַזױ אָט אַזױ טרינק דער קיסר טײ!

http://www.jewishfolksongs.com/he/vi-azoy-lebt-der-keyser-heb

מע נעמט א היטעלע צוקער נוטלים "כובע" של סוכר
און מע מאכט אין דעם א לעכעלע וקודחים בו חור
און מע גיסט אריין הייס וואסער ושופכים שם מים חמים
און מע מישט, און מע מישט ובוחשים, ובוחשים
אט אט אזוי, אט אט אזוי, כך, כך
אט אזוי טרינקט דער קיסר טיי כך הקיסר תה ישתה.