נאָך פּרטים

די פּאָזיציע פֿון װערב אין אַ זאַץ

א. דער באַגריף זאַצאײנס

  • מאָבי און נעמי מאַכן הײַנט געניטונגען אין פּאַרק.
  • מיטװאָך לײענט נעמי אַ בוך.
  • דײַנע פֿיס זײַנען לאַנג.

אַ זאַץ אױף ייִדיש קען צעטײלט װערן אין זאַצאײנסן. אַ זאַצאײנס באַשטײט אַ מאָל פֿון נאָר אײן װאָרט (נעמי, מיטװאָך, לאַנג, הײַנט, געניטונגען) און אַ מאָל פֿון עטלעכע װערטער װאָס געהערן צוזאַמען (נעמי און מאָבי, אין פּאַרק, אַ בוך, דײַנע פֿיס).

  • מאָבי און נעמי — מאַכן — הײַנט — געניטונגען — אין פּאַרק.
  • מיטװאָך — לײענט — נעמי — אַ בוך.
  • דײַנע פֿיס — זײַנען — לאַנג.

אַ זאַצאײנס קען זײַן:

אַ דאַנק די זאַצאַײנסן קענען מיר באַשטימען דעם פּאַסיקן אָרט פֿון אַ װערב אין ייִדיש.

ב. דער צװײטער זאַצאײנס איז געװײנטלעך דער װערב

אין אַ געװײנטלעכן דערצײלזאַץ איז דער בײגיקער װערב אַלע מאָל דער צװײטער זאַצאײנס.

קוקט אױף די משל־זאַצן דאָ װײַטער. אין ערשטן זאַץ פֿון יעדן פּאָרל הייבן מיר אָן מיטן סוביעקט און אין צווײטן מיט אַן אַנדער טייל פֿון זאַץ. דער בײגיקער װערב איז אָבער שטענדיק דער צװײטער זאַצאײנס.

  • מאָבי לײענט אין פּאַרק מאָנטיק.
  • מאָנטיק לײענט מאָבי אין פּאַרק.
  • איך באַק פֿרײַטיק.
  • פֿרײַטיק באַק איך.
  • נעמי און מאָבי שפּילן איצט אין קױשבאָל.
  • איצט שפּילן נעמי און מאָבי אין קױשבאָל.

כּמעט יעדער זאַצאײנס קען װערן דער אָנהײב פֿון זאַץ. גיט אַ קוק װי מיר צעטײלן דעם זאַץ אין זײַנע זאַצאײנסן און װי יעדער אײנער קען אָנהײבן דעם זאַץ — חוץ דעם װערב וואָס איז שטענדיק דער צװײטער זאַצאײנס.

מאָבי און נעמי מאַכן הײַנט געניטונגען אין פּאַרק.
הײַנט מאַכן מאָבי און נעמי געניטונגען אין פּאַרק.
אין פּאַרק מאַכן מאָבי און נעמי הײַנט געניטונגען.
געניטונגען מאַכן מאָבי און נעמי הײַנט אין פּאַרק.

-סטו

אין לעקציע 1.4 האָבן מיר געלערנט די פֿאָרמעס ביסטו (ביסט + דו) און האָסטו (האָסט + דו).

דער זעלבער כּלל איז חל אױף אַלע װערבן. װען דער פּראָנאָם דו קומט נישט אױפֿן ערשטן אָרט מוז ער קומען גלײַך נאָכן װערב, און מען שרײַבט זײ צוזאַמען. למשל:

  • לײענסט + דו ← לײענסטו
  • שרײַבסט + דו← שרײַבסטו
  • לױפֿסט + דו ← לױפֿסטו
דו פֿאַרן װערב דו נאָכן װערב: -סטו
דו לײענסט אין פּאַרק מאָנטיק. מאָנטיק לײענסטו אין פּאַרק.
דו שפּרינגסט איצט. איצט שפּרינגסטו.
דו באַקסט חלה פֿרײַטיק. פֿרײַטיק באַקסטו חלה.
דו גײסט אין פּאַרק. גײסטו אין פּאַרק?
דו טוסט אַ סך זאַכן. װאָס טוסטו?