קולטור

באַגריסונג: גוט־מאָרגן Image

באַגריסונג: גוט־מאָרגן

ס׳איז אַלעמען באַקאַנט אַז באַגריסן איז אַן אוניװערסאַלער פֿענאָמען, נאָר יעדער אומה־ולשון האָט זיך זײַן אופֿן באַגריסן.

אין ייִדיש איז פֿאַראַן אַ שלל מיט באַגריסונגען – עס װענדט זיך צי מע זאָגט עס אין דער פֿרי, צי בײַ נאַכט, צי אין אַ שבת, צי אַ יום־טובֿ, צי גאָר אין דער װאָכן.

אַז מע באַגעגנט אַ באַקאַנטן צום ערשטן מאָל אין טאָג באַגריסט מען אים אָפֿטמאָל מיט „גוט־מאָרגן“. נאָר להיפּוך צו אַנדערע שפּראַכן איז דער ייִדישער שטײגער אָפּצוענטפֿערן דעם „גוט־מאָרגן“ מיטן װוּנטש „גוט־יאָר“! גוט־מאָרגן — גוט־יאָר!

צװישן מענטשן װאָס האָבן זיך שױן נישט געזען אַ געװיסע צײַט הערט מען די באַגריסונג „שלום־עליכם!“ (אױף װעלכער מען ענטפֿערט „עליכם־שלום!“). אינטערעסאַנט צו װיסן, אַז דעם דאָזיקן אױסדרוק האָט אױסגעקליבן דער באַרימסטער פֿון אַלע ייִדישע שרײַבערס, שלום ראַבינאָװיטש, אַלס פּסעװדאָנים, און מיט אָט דעם נאָמען, „שלום־עליכם“, איז ער באַװוּסט געװאָרן איבער גאָר דער װעלט.

מיר װעלן נאָך באַשרײַבן אַנדערע באַגריסונגען אין װײַטערדיקע לעקציעס.